אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

געפעכט צווישן באס דרייווער און פאסאזשיר פירט דעם באס אין באד אריין

אן ערנסטער געשלעג צווישן א באס דרייווער און א פאסאזשיר, האט געברענגט דערצו אז דער באס זאל פארלירן קאנטראל, זיך אריינגליטשן אין טייך, און דערטרענקען די באס אינעם לענגסטן טייך פון אזיע, פון וואס 13 מענטשן זענען אומגעקומען, און נאך 3 זענען דערווייל פארלוירן.

א גאר דראמאטישער ווידעא וואס איז פארעפנטליכט געווארן היינט צופרי אין כינע ווייזט, ווי דער באס פארט אויף א בריק אין טשאנטשינג, א געגנט אין דרום מערב פון כינע, נעבן דעם יאגנאטשא טייך, ווען א פרוי האט פארפאסט איר סטאפ, און פארלאנגט פונעם דרייווער זאל זיך זאפארט אפשטעלן פאר איר.

דער דרייווער האט נישט געהאלטן דערביי, און דאן איז דאס פרוי ווילד געווארן, און אנגעהויבן צו שלאגן דעם דרייווער אין קאפ מיט איר סעלפאון.

דער דרייווער האט איר אנגעהויבן אפצושלאגן פון זיך, און די פרוי האט פרובירט צו פארכאפן דעם רעדל און פארקירווען דעם באס אין א זייט. דורכאויס דעם געפעכט האט דער באס פארלוירן קאנטראל, און אריינגעקראכט אין א קעגן קומענדע קאר.

פון דארט האט זיך דער באס ווייטער געיאגט אריין אינעם צוים, און דאן האט זיך עס אריינגעגליטשט אין די שטורעמישע וואסערן פונעם טייך.

פילע דייווער זענען אראפגערופן געווארן צוזאמען מיט מעדעצינישע הילף און אמבולאנסן, אבער זיי האבן נישט געקענט מער ווי באשטעטיגן אז די 13 פאסאזשירן וועלכע זענען געווען אויפן באס זענען אומגעקומען. די איבעריגע צוויי פארלוירענע, באקומען נישט קיין שאנס אז זיי האבן איבערגעלעבט…

עס איז נישט באקאנט אויב דער דרייווער און די פרוי זענען צווישן די אומגעקומענע.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.