אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

סאנקציעס אויף איראן גייט אריין אין קראפט

די סאנקציעס אויף איראן, וואס זענען אראפגענומען געווארן דורך פרעזידענט אבאמא נאכן איראן דיעל, גייט צוריק אריין אין קראפט, אויפן באפעל פון פרעזידענט טראמפ, וואס האט זיך ארויסגעצויגן פונעם איראן-דיעל.

פארלאפענעם מאי האט פרעזידענט טראמפ געמאלדן אז ער ציעט זיך ארויס פונעם איראנער אפמאך, און אום אויגוסט איז אריין די ערשטע שיכט פון סאנקציעס אויף איראן, וואס האט געשעדיגט די איראנער עקאנאמיע אויף אן ערנסטער פארנעם.

די פרישע סאנקציעס צילן קעגן די שיפינג סעקטארן, די בענק, און די איראנע ענערגיע, און דירעקטירט צוריקצוהאלטן איראן צו קענען עקספארטירן זייער אויל, אזוי אויך וועלן איבער 600 איראנער באאמטע אדער ביזנעסלייט נישט קענען מאכן ביזנעס מיט די מערב וועלט.

לויט פרעזידענט טראמפ, איז די ציל פון אט די סאנקציעס צו “צווינגען די איראנער רעזשים מיט א באשלוס: אדער אויפהערן מיט די ווילדע אויפירונג, אדער ווייטער פארזעצן און האבן א שווערע עקאנאמישער טראגעדיע”.

אין אן אינטערוויו צו ‘פאקס’ האט דער סעקרעטערי אוו סטעיט מייק פאמפעא געזאגט אז די רעדע איז פון “די שווערסטע סאנקציעס וואס איז נאר אמאל געלייגט געווארן אויף איראן”, און ער האט קלארגעשטעלט אז דאס איז געאייגנט אפצושטעלן די אגרעסיעס פון איראן.

באזונדער האט מען געהערט אז אכט לענדער האבן באקומען א פארלענגערונג און נישט באשטראפט ווערן, און פאמפעא האט דאס פארטיידיגט, זאגנדיג אז “די סאנקציעס האבן שוין געהאט א געוואלדיגע ווירקונג, מיר האבן פארמינערט די איראנער אויל עקספארט מיט איבער א מיליאן פעסלעך פער טאג, און די נומערן גייען ווייטער אראפ”. ער האט נישט געוואלט ענטפערן אויף די פראגע וועלכע לענדער זענען באשיצט פון די סאנקציעס, און קלארגעשטעלט אז מ’רעדט נישט פון די 28 לענדער אינעם אייראפעאישן פאראיין, וואס זיי מוזן גענצליך אויפהערן סיי וועלכע ביזנעס מיט איראן. “דאס איז פאר לענדער וואס דארפן נאך אביסל צייט, נאך זעקס מאנאטן”.

איראן פון איר זייט איז נישט געבליבן שטיל, און געלאזט וויסן אז זיי שרעקן זיך נישט, און “ביזנעס גייט ווייטער אן ווי געהעריג”. דער איראנער פרעזידענט רוכאני האט היינט אינדערפרי געזאגט אין א באגעגעניש מיט עקאנאמישע עקספערטן, וועלכע איז געזען געווארן אויף די נייעס קאנאלן אין לאנד, אז “אמעריקע וויל זען אונזער אויל פארקויף אונטער זערא, אבער מיר וועלן ווייטער עקספארטירן די אויל, מיר וועלן צוברעכן די סאנקציעס”.

דער גענעראל פון די רעוואלאציאנערישע גווארדיע אין איראן, מוכאמאד עלי דזשעפארי, האט נעכטן געווארנט דעם אמעריקאנעם פרעזידענט דאנאלד טראמפ, אז ער זאל זיך נישט דערוואגן צו אפשרעקן איראן. אין א פראטעסט וואס איז אפגעהאלטן געווארן קעגן די געביידע וואו עס איז געווען די אמעריקאנער אמבעסאדע אין טעהאראן, האט ער געזאגט אז די אמעריקאנע כוחות ווערן שוואכער און שוואכער, און די סאנקציעס וואס זיי שטעלן קעגן איראן איז ווערדלאז.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.