אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס לאקאל און נאציאנאל

קאליפארניע וואלדפייער בוזשעוועט ווייטער

די ריזיגער קעמפ פייער אין קאליפארניע בוזשעוועט גאר שטארק, און פארשפרייט אירע העלישע פלאמען איבער די וועלדער, מיט א ברען און א פלאקער.

אזויפיל ווי 25 זענען אומגעקומען פון דעם פייער, און איבער 100 ווערן נאך געזוכט. עס זענען געפינען געווארן פארברענטע קערפער אין הייזער, און אין אויטא’ס, נאכדעם וואס איבער 300,000 מענטשן זענען עוואקואירט געווארן פון זייערע הייזער.

עס הערשט א זארג אז די שטארקע ווינטן וועלן פארשפרייטן און טראגן ווייטער די פלאמען, א זאך וואס קען ברענגען געגנטער וואו עס וואוינען מיליאנען מענטשן, צו אן ערנסטער און באלדיגער געפאר.

ביז יעצט האט שוין דער פייער אנגעמאכט א שאדן פאר צענדליגער טויזנטער געביידעס, און מען האט מורא אז די פייער וועט דערגרייכן ביז לאס אנדזשעלעס, וואו עס וואוינען אומגעפער 20 מיליאן מענטשן.

פרעזידענט טראמפ האט געשריבן אויף טוויטער אז איבער 4,000 פייערלעשער באקעמפן דעם פייער, און זיין הארץ איז מיט די לעשער. ער האט אויך געבעטן אז מען זאל אויספאלגן די פארארדענונגען פון די עמערדזשענסי אויטאריטעטן.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.