אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

אמעריקאנע געריכט שטראפט צפון קארעא מיט איבער 500 מיליאן דאלער

די עלטערן פונעם צפון קארעא קרבן אוטא ווארעמביער, וואס איז געשטארבן קורץ נאכן זיך צוריקערן פון געפענגעניש, דארפן לויט א געריכט אין וואשינגטאן באקומען אזויפיל ווי איבער פינף הונדערט מיליאן דאלאר פון די צפון קארעא רעזשים, אלס אנטשולדיגונגס געלטער.

דער 22 יעריגער אוטא ווארעמביער איז געווען א סטודענט פון ווערדזשיניע וואס איז געפארן קיין צפון קארעא פאר דריי יאר צוריק, און איז דארט ארעסטירט געווארן פארן אנגעבליך פרובירן צו גאנווענען א פראפעגאנדע טאוול פון די רעזשים, דארפנדיג דינען א 15 יעריגע פון שווערע צוואנגס ארבעט.

ווען ער איז פאראיאר אומגעקערט געווארן קיין אמעריקע נאך 17 מאנאטן, האט מען אים ממש נישט געקענט דערקענען. ער איז געווען מער טויט ווי לעבעדיג, און א קארגע וואך דערויף איז ער געשטארבן, ווארשיינליך פון די שווערע פייניגונגען וואס ער איז אדורך, ווי זיין אויסזען האט עדות געזאגט.

די ווארעמביער פארפאלק וואס וואוינט אין אהאייא האט אנגעקלאגט די צפון קארעא רעזשים פארלאפענעם אפריל אין א פעדעראלע געריכט אין וואשינגטאן, פארלאנגענדיג א ביליאן דאלער פאר אנטשטענדיגונג.

לויט די עלטערן האט די צפון קארעא רעזשים געצווינגען זייער זוהן מיט צוואנגס און ברוטאלע מיטלען צו מודה זיין אז ער האט געטון שפיאנאזש ארבעט פאר אמעריקע, אז אך וואס איז פארבאטן לויט די אינטערנאציאנאלע געזעץ.

צפון קארעא האט רעאגירט אז דאס איז א פראוואקאציע פון אמעריקע וועלכע שטערט די אנגייענדע שלום געשפרעכן צווישן די צוויי לענדער, און זיי וועלן דאס בשום אופן נישט באצאלן.

די געריכט אורטייל איז בלויז א סימבאלישע, אמעריקע האט אין פאקט נישט קיין שום וועג צו זיכער מאכן אז דאס געלט ווערט באצאלט.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.