אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

היסטאריש: כינעזער ספעיס-שיף לאנדעט אויף די פינסטערע זייט פון לבנה

צום ערשטן מאל אין די ספעיס היסטאריע, האט געלאנדעט א ספעיס שיף אויף די ‘פינסטערע זייט פון די לבנה’, דאס באדייט די זייט וואס זעט קיינמאל נישט אונזער וועלט.

די כינעזע שאטל טשאנגע 4, איז היינט אנגעקומען אהין צום ערשטן מאל, ברעכנדיג דערמיט היסטאריע, נאכדעם וואס קיין שום לאנד האט דאס נאכנישט באוויזן צו טוען ביז היינט.

די לאנדונג איז אדורכגעפירט געווארן סוקסעקפול אום 10:26 בעידזשינג זייגער, ווערנדיג מיטגעהאלטן דורך די כינעזער ספעיס עקספערטן.

באזונדער איז דאס א געוואלדיגע דערגרייכונג פאר כינע, וואס האט זיך אריינגעריקט אין ספעיס און געכאפט פרישע טעריטאריע וואס קיינער האט נאכנישט ערקלערט דערויף בעלות…

“די דאזיגע מיסיע טוט איבערצייגן אז כינע איז אנגעקומען צו א וועלטליכע ניווא ווען עס קומט צו פארשן די טיפענישן פון ספעיס” האט דזשא מנאגואה – דער פראפעסאר וועלכער האט געארבעט אויפן פראיעקט – געזאגט פאר די פרעסע. “מיר כינעזער האבן באוויזן מיט סוקסעס עפעס וואס די אמעריקאנער האבן זיך נישט דערוואגט צו טוען”…

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.