אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

על-סיסי: מיר האבן צוזאמענארבעט מיט איזראעל צו באקעמפן אייסיס טעראריסטן

דער עגיפטישער פרעזידענט אבדעל פאטטאח על-סיסי האט באשטעטיגט אז די עגיפטישע מיליטער ארבעט האנט ביי האנט מיט די איזראעלישע מיליטער, קעגן טעראר גרופעס אינעם סיני האלב אינזל.

די ווערטער פון על-סיסי וואס איז די ערשטע אפיציעלע אנערקענונג אין די איזראעלישע אקטיוויטעטן צוזאמען מיט עגיפטן ביים די קאמף קעגן טעראר אינעם סיני האלב אינזל, זענען געזאגט געווארן דורכאויס אן אינטערוויו אינעם “60 מינוט” פראגראם פון די CBS נייעס סטאנציע, וואס א טייל דערפון איז נעכטן פארעפנטליכט געווארן.

על-סיסי איז געפרעגט געווארן דורכאויס די אינטערוויו אויב די צוזאמענארבעט צווישן איזראעל און עגיפטן זענען אצינד די בעסטע זינט סיי ווען אין די וועלט, האט ער געענטפערט “עס איז ריכטיג, מיר האבן א ברייטע צוזאמענארבעט מיט די איזראעליס”.

די עגיפטישע מיליטער פירט שוין די לעצטע פאר יאר א בלוטיגע און שטייפע קאמף קעגן די טעראריסטן וועלכע אידענטיפיצירן זיך אלס אייסיס קעמפער. דורכאויס די קאמפן האט מדינת ישראל ערלויבט פאר עגיפטן צו פארגרעסערן די מיליטערישע אנוועזנהייט אינעם סיני האלב אינזל, טראץ וואס עס איז דא א שלום אפמאך צווישן די צוויי לענדער וואס ערלויבט ווייניגער עגיפטישע סאלדאטן אין געגנט.

פארשידענע באריכטן האבן שוין לאנג געוויסט צו זאגן, בעיקר אין די אראבישע מידיע נעצן, אבער פונקט אזוי אין די ניו יארק טיימס, אז די איזראעליס לייגן צו א פלייצע צו עגיפטנ’ס קאמף קעגן די טעראריסטן אינעם סיני ראיאן, אבער ביז היינט איז עס קיינמאל נישט אפיציעל באשטעטיגט געווארן, ביז נעכטן נאכט.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.