אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

טייערע מאלערייען פון היטלער ימ”ש ווערט פארדעכטיגט אלס געפעלשט

די דייטשער פאליציי האט נעכטן קאנפיסקירט דריי מאלערייען וואס זענען געמאכט געווארן מיט וואסער פארב, און האבן געהייסן אז עס איז געמאלן געווארן דורך דער צורר היהודים היטלער ימח שמו וזכרו, נאכדעם וואס עס זענען דא ערנסטע פארדאכטן אז עס איז געפעלשט.

די מאלערייען זענען קאנפיסקירט געווארן שטייענדיג פאר א גרויסע ליציטאציע אין די “קלאוס” פארקויפונג הויז אין בערלין. אין די קאנפיסקירטע מאלערייען זעט מען בערג, א טייכל וואס שטראמט, און א מענטש וואס זיצט אונטערן בוים און קוקט אויפן טייכל.

די מאלערייען וואס זענען געשטעלט געווארן צום פארקויפן, מיט די ערשטע פרייז פאר יעדע מאלעריי  אנגעהויבן ביי פיר טויזענט יורא.

די מאלערייען זענען אנגעבליך געמאלן געווארן אנהייב פון דעם 20’סטן יארהונדערט, אין די צייט וואס היטלער ימח שמו – נאך בעפאר ער האט אנגעהויבן מיט זיינע גרויליגע מעשי רציחה און גרעסטע מארד אפאראציע וואס די וועלט האט געזען – ווען ער האט געארבעט אלס אן ארטיסט אין מינכן.

ווי די בערלינער פאליציי זאגט האבן זיי געעפנט אן אויספארשונג איבער פעלשונג קלאגעס און אויסנארן, נאכדעם די מאלערייען זענען אוועקגעפירט געווארן.

עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן אז די מאלערייען האבן פארמאגט עטליכע באשטעטיגונג סערטעפיטיקאטן פון מומחים וואס האבן דאס באשטעטיגט אלס אויטענטישע ווערק פון היטלער ימ”ש.

די קלאוס פארקויפונג היים האט דערווייל נישט רעאגירט איבער די גאנצע פרשה.

נאך איידער די ליציטאציע און קאנפיסקירונג איז פארגעקומען, האט היינס יאאכים מעידאר, א ווארטזאגער פון קלאוס געזאגט פאר רויטערס, “אויב דו וועסט גיין צו א גאלעריע פון 100 בילדער, זאלסטו וויסן אז 80 פון זיי זענען זיכער הערליכער פון די היטלער מאלערייען”…

ער האט ארויסגעברענגט אז די מאלעריי זעלבסט איז נישט ווער-ווייסט-וויפיל ווערד, אבער די נאמען פון דעם ארטיסט איז דער וואס ברענגט אזויפיל קונים דאס צו קויפן.

אין יאר 1907 ווען היטלער ימ”ש איז געווען 18 יאר, האט ער באשלאסן צו אריינגיין אין די קונסט אקאדעמיע אין וויען, אבער ער איז פון דארט פארשיקט געווארן נאכדעם וואס זיינע מאלערייען האבן אויסגערופן גרויס געלעכטער ביי אלע פראפעסארן דארט, און אז ער זאל בעסער גיין ווערן א אדריכאל…

קיין אדריכאל האט היטלער נישט געקענט ווערן וויבאלד ער האט נישט באקומען קיין דיפלאמע פון שולע, און דערפאר האט ער נישט געהאט וואו זיך צו ווענדן. אין די שפעטערדיגע יארן האט ער פארגעזעצט צו לעבן פון זיינע מאלערייען וואס ער האט געמאלן און פארקויפט פאר קליינע געשעפטעלעך.

ווי ער שרייבט אין זיין עקלהאפטיגער אנטעסימיטישע ביכל “מיין קאמפף” פלעגט ער פראדוצירן ווייניגסטנס דריי מאלערייען א טאג.

אין דייטשלאנד איז לעגאל צו פארקויפן מאלערייען וואס היטלער ימ”ש האט געמאלן, ווילאנג עס האט נישט קיין נאצישע סימבאלן. נאכדעם וואס ער האט פארכאפט די מלוכה אין דייטשלאנד, האט היטלער באפוילן צו קאנפיסקירן און פארניכטן אלע מאלערייען וואס ער האט געמאכט.

אבער פארט האבן עטליכע הונדערט פון זיינע מאלערייען איבערגעלעבט. דאס מערסטע פון זיי האט די אמעריקאנער מיליטער פארכאפט און דאס איז ביז היינט נאכנישט ארויסגעלייגט געווארן פארן פובליק. אנדערע ווערט געהאלטן דורך פריוואטע מענטשן אדער ארגאניזאציעס.

די גרעסטע קאלעקציע פון היטלער מאלערייען געפינט זיך אין די צווייטע וועלט קריג מוזעאום אין מעסעטשוטשעס.

אין יאר 2014 האט זיך פארקויפט א היטלער מאלעריי אין נירנבורג פאר 130,000 יורא. פינף יאר פריער איז פארקויפט געווארן א בינטל פון 13 היטלער מאלעריי פאר די זעלבע פרייז,  130,000 יורא. אין יאר 2006 האט זיך פארקויפט אין א האלבע שעה 21 מאלערייען פון היטלער פאר 122,000 יורא אין ענגלאנד.

אלע מאלערייען פארמאגן א חתימה פון דעם רשע, “A.Hitler”.

די דריי קאנפיסקירטע מאלערייען: 

קליקט אויפן בילד עס צו זען קלארער

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.