אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס אנאליזן און אבזערוואציעס

אנאליז: איז די אמעריקע-טאליבאן שלום געשפרעכן, א טובה פאר אפגאניסטאן?

אין די הערצער פון אפגאנער בירגער נעסטעט היינט א האפענונג אז די געשפרעכן צווישן די פאראייניגטע שטאטן און די טאליבאן טעראר גרופע זאל האבן א סוקסעס, און דערמיט וועט זיך ענדיגן צענדליגע יארן פון בלוטיגע טאג טעגליכע שלאכטן.

דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס פון די צווייטע זייט האבן זיי מורא אז אויב וועט אמעריקע פארלאזן אפגאניסטאן נאכן אנוועזנד זיין איבער 17 יאר, וועט ברענגען פיל ערגערע רציחות און געוואלדטאטן אין לאנד.

די געשפרעכן שטאב פון אמעריקע און די טאליבאן האבן נעכטן געמאלדן אז די צוויי זייטן זעען גרויס פארשריט איבער די געשפרעכן וואס זענען פארלאפענעם וואך אפגעהאלטן געווארן אין קאטאר צווישן די צוויי זייטן.

די טאליבאן זאגט אז עס איז שוין פארהאנען א שטיקל דרעפט איבער אן אפמאך צווישן די צוויי זייטן, וואס וועט ברענגען אז די פרעמדע קרעפטן אין שפיץ פון אמעריקע זאל פארלאזן אפגאניסטן ביז איינס און א האלב יאר פון ווען די אפמאך ווערט אונטערגעשריבן.

די געשפרעכן צווישן אזעלכע צוויי אויסגעשפראכענע פיינט ווי די אמעריקאנער רעגירונג און די טאליבאן טעראר גרופע, איז עפעס היסטאריש און אומגעווענליך, און שיקט א צייכן אז עס איז מעגליך ס’וועט קומען רואיגערע טעג אין אפגאניסטאן.

“איך קען גוט די חברה, און איך גלייב נישט אז די טאליבאנער וועלן אמאל שלום מאכן מיטן ‘אמעריקאנעם שטן'” זאגט ראדזשעב, אן איינוואוינער אינעם אפגאנער הויפטשטאט קאבול, פאר די פראנצוזישע AFP נייעס אגענטור. “אבער אויב דאס וועט פאסירן, וועט דאס זיין וואונדערבאר. נישטא קיין בעסערע זאך ווי פרידן”.

די אפגאנער רעגירונג, וואס האט אויסגעדרוקט פרוסטרירונג פאר דעם וואס זי האט נישט קיין ווארט אין די געשפרעכן צווישן אמעריקע און די טאליבאן – נאכדעם וואס די טעראר גרופע אנערקענט נישט אין די פירערשאפט און האלט נישט ביים טוישן א ווארט מיט זיי – האט נאך דערווייל גארנישט געמאלדן איבער די געשפרעכן.

אין קאבול טוען די אפגאנער בירגער נאכקוקן די נייעס מיט גרויס שפאנונג, וויסנדיג אז אן אפמאך צווישן די רעגירונג און די טעראריסטן קען ברענגען אז די בלוט באד וואס ציעט זיך שוין פאר זיבעצן יאר, זינט נאטא האט אינוואדירט אפגאניסטאן נאך די סעפטעמבער 11 אטאקעס, זאל ענדליך קומען צו אן אפשטעל.

“מיר וועלן קיינמאל נישט זיין סטאביל אויב די רעגירונג מיט די טאליבאן וועלן פארזעצן זיך צו שלאגן און הרג’נען אפגאנער” זאגט שראבטאללא, א קאבולער איינוואוינער. “די טאליבאן האט שוין אומגעברענגט 45,000 אפגאנער בירגער, און פלוצים טארן מיר נישט רעדן מיט זיי?”

אסאך אפגאנגער זענען ביי די מיינונג אז די טאליבאן וויל הערשן איבער אפגאניסטאן, און ארויפצווינגען אויף די בירגער א ראדיקאלע און שטרענג מוסלעמענער רעזשים, מיט גרויס ברוטאליטעט.

דערווייל האט די טאליבאן דאס אויבערהאנט אין דעם שלאכטפעלד אין אפגאניסטאן, און זיי ברענגען טאג טעגליך אומגעהויערע שאדן פאר די רעגירונג, חרוב מאכנדיג זאכן וועלכע קענען קיינמאל נישט ערזעצט ווערן. אבער די טאליבאן איז נישט גרייט צו זיין א פארטיי אינעם לאנד, נאר ווילן האבן דאס גאנצן לאנד אונטער זייער בלוטיגע שטיוול.

דער טאליבאן האט געהערשט אין אפגאניסטאן פון 1996 ביז צו 2001, און דאן איז זייער רעזשים געפאלן נאכדעם וואס פרעמדע קרעפטן האבן אינוואדירט דאס לאנד נאך די סעפטעמבער 11 אטאקעס, ווי פריער געשריבן.

אין די פינף יאר וואס די טאליבאן האט געהערשט אין אפגאניסטאן, האבן זיי ארויפגעצווינגען גאר שטרענג די מוסלעמענער געזעצן, און דורכגעפירט מאסן שחיטות אויף גאנצע פאמיליעס פון זייערע קעגנער.

אין די צייט וואס אמעריקע וויל שוין ענדיגן איר קריג אין אפגאניסטאן – וועלכער איז די לענגסטער קאמף וואס אמעריקע אין איר היסטאריע – ציטערן אבער די אפגאניסטאנער בירגער אויב וועט אמעריקע פארלאזן אפגאניסטאן, ווייל דאס מיינט אז זייער לעבן ווערט צוריק הפקר אין די הענט פון די ברוטאלע און גרויזאמע טאליבאן.

“שווארצע טעג זענען אונטערוועגנס קיין אפגאניסטאן” שרייבט אשראף סולטאני אויף פעיסבוק. “אין די סעקונדע וואס אמעריקע וועט אפטראגן פון דא, וועט די טאליבאן ארויסגעבן זייער אורטייל אז די קריג גייט ווייטער אן, און דאס וועט נאכפאלגן צו א בלוטיגער ברודער קריג אויף א העכערן שטאפל”.

די פארשריט און געשפרעכן צווישן אמעריקע און די טאליבאן קומט נאכדעם וואס די טאליבאן הערשט היינט אויף כמעט האלב פון די אפגאניסטאנער טעריטאריע, און זיי זענען נישט זאט.

די טאליבאן פירט דורך ברוטאלע טעראר אטאקעס אויף א טאג טעגליכער פארנעם, קעגן די אפגאנער רעגירונג און מיליטער וואס באקומט שטיצע, סיי אין הילף און סיי אין ראט – פון די פאראייניגטע שטאטן.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.