אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

רוסלאנד באנייט אויספארשונג אויף “וועלט’ס גרעסטע מיסטעריע”

שוין זעכציג יאר וואס עס הערשט א מיסטעריע איבער דאס טויט פון ניין רוסישע סטודענטן וועלכע זענען ארויס אויף א שפאציר אין די פארשנייטע אוראל בערג. אצינד האט רוסלאנד באשלאסן צו באנייען נאכאמאל דעם אויספארשונג, און לעזן די מיסטעריע איינמאל פאר אלעמאל.

ניין סטודענטן אין שפיץ פון איגאר דייטאלאוו, זענען ארויס געגאנגען פאר א סקיי גליטש אין יאנואר 23 יארע 1959, אויף די אוראל בערג אין סיביר.

אינעם ערשטן פון פעברואר האט די גרופע אויפגעשטעלט א געצעלטל צופיסנס פון איינע פון די אוראל בערג, וואס ווערט גערופן “דער טויט בארג”.

מער האבן זיי זיך קיינמאל נישט צוריק געקערט אהיים, און מען האט אנגעהויבן צו זוכן נאך זיי.

אין פעברואר 26 האבן רעטונג קרעפטן געטראפן דעם געצעלטל פון די סטודענטן פארלאזט, צוריסן און צושליסן.

שפעטער האט מען געפינען די קערפער פון ניין סטודענטן, צוויי פון זיי בלויז מיט אונטערוועש, און אנדערע מיט ערנסטע וואונדן אין קאפ. פאר איינעם פון די קערפער האט געפעלט עטליכע אברים פונעם קאפ, ה”י.

מען האט געעפנט אן אויספארשונג איבער די מיסטעריעזע מארד פון די סטודענטן, און נאך דריי מאנאטן האט מען פארמאכט דעם טעקע.

די סאוויעטישע פארשער זענען געקומען צום אויספיר אז די גרופע איז נישט ערמארדעט געווארן, אבער זיי האבן נישט געהאט קיין שום לאגישע ערקלערונג פארוואס די סטודענטן זענען געשטארבן. די דאזיגע אויספאשונג איז געבליבן קלאסיפיצירט ביז צו די זיבעציגער יארן.

דורכאויס די יארן האט די געשיכטע באקומען דעם טיטל “די וועלט’ס גרעסטע מיסטעריע”. פילע ביכער און ארטיקלען, דאקומענטארן און פארשטעלונגען, זענען שוין פובליצירט געווארן אויף דעם מיסטעריע.

ענדלאזע טעאריעס און געדאנקען זענען שוין ארויפגעברענגט געווארן צו געבן אן ערקלערונג אויף די מיסטעריע.

געוויסע האבן געזאגט אז אנטלאפענע ארעסטאנטן פון סיביר, האבן אויסגעגעבן זייער אויפברויז אויף די אומשולדיגע סטודענטן און זיי ערמארדעט.

אנדערע זענען געגאנגען א טריט ווייטער, אז זיי זענען געשטארבן פון א נוקלעארער פראבע אין געגנט, און דערפאר האט די רעגירונג געמאכט א סוד דערפון.

די וואס גלייכן דמיונות זענען געקומען שרייען אז די יו. עף. או. טעלערלעך האבן זיך גאר גענומען איבער זייערע ביינער… פון דא און ווייטער קענט איר צולייגן אייערע אייגענע געבעקסן…

אנהייב פון דעם מאנאט, האבן די באאמטע אין די סבארדאלאווסק געגנט באשלאסן צו באנייען פון פריש דעם אויספארשונג, און לעזן די “וועלט’ס גרעסטע מיסטעריע”.

אין א מעלדונג איבער די באנייאונג פון די אויספארשונג, האבן די רוסישע באאמטע געשריבן אז “פאמיליע מיטגלידער, די מידיע און די באפעלקערונג, וויל נאכאלץ וויסן דעם ריינעם אמת, און מיר באהאלטן נישט די פארדאכטן אז מען האט פארדעקט געוויסע פאקטן ביז היינט”.

אלעקסאנדער קארנוי פון די אלגעמיינע רוסישע אנקלאגער ביורא זאגט, אז די איבערבלייבענישן פון די קערפער וועלן איבערגעקוקט ווערן.

באזונדער האט ער געזאגט אז פון די באווייזן וואס איז דא שיילט זיך קלאר ארויס אז עס איז נישט געווען קיין מארד, און אז די וואונדן אין די קעפ און אין די קערפערס זענען געקומען פון די פרעסטן וועלכע האבן געשעדיגט די קערפער, אבער די טויט איז קלאר געווען א נאטורליכע.

“ס’איז נישט דא קיין שום באווייז אז זיי זענען אומגעקומען דורך מענטשן, ס’איז לכאורה געווען א שווערע שניי אדער האריקעין” אייסערט ער זיך.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

איין באמערקונג

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.