אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

סאודיער פרינץ באקומט גאלדענע סוב-מאשין ביקס פון פאקיסטאן

דער סאודישער פרינץ מוכאמאד בין סאלמאן, האט היינט פארלאזט פאקיסטאן זאט ווי א הונט, נאכן באקומען דארט אויסטערלישע כבוד מלכים.

בין סאלמאן האט מסכים געווען צו אינוועסטירן 20 ביליאן דאלער אין פאקיסטאן, און אין ענדע פון די באזוך האט ער באקומען א הערליכער געשאנק: א גאלדענער סוב-מאשין ביקס.

ווי די פאקיסטאנע מידיע האט באריכטעט איז א דעלעגאציע פון פאקיסטאנע סענעטארן אנגעקומען נעכטן צום קווארטיר פון סאלמאן אין איסלאמבאד, דער הויפטשטאט פון פאקיסטאן.

די געשאנק איז געגעבן געווארן דורך דעם סענאט פירער סאדיק סענדזשראני, מיט א ספעציעלע פריוואטע פאום און א בילד פון דעם פרינץ.

דאס איז געקומען נאכגעפאלגט נאך א הערליכע קעניגליכע צערעמאניע אין פאקיסטן פארן פרינץ, פון קריגס פליגער וועלכע האבן באגלייט זיין פליגער, א רויטער טעפיך איז געווארן אויסגעשפרייט ביים אראפקומען, און א הערליכער מארש איז פארגעשטעלט געווארן לכבודו פונעם פרינץ.

דורכאויס דעם באזוך האט דער פרינץ אויך ערהאלטן די העכסטע ציווילער מעדאל פון לאנד, פון דעם פאקיסטאנער פרעזידענט עריף עלווי, און דער פירער פון לאנד אימראן כאן.

די אינוועסטירונג פון בין סאלמאן אין ענערגיע, מינאראלן און אגריקולטור, קומט אין א צייט וואס פאקיסטאנ’ס עקאנאמיע איז אין דער ערד, און די אינוועסטירונג וועט זיי ממש אויפלעבן. “מיר קענען נישט זאגן ‘ניין’ פאר פאקיסטאן” זאגט דער פרינץ.

באזונדער האט בין סאלמאן נאכגעגעבן פארן פאקיסטאנער פרעזידענט, מיטן באפרייען 2,107 פאקיסטאנער ארעסטאנטן וואס שימלען אין סאודי אראביע’ס טורמעס, ווארשיינליך וויל ער ריינוואשן זיין נאמען, נאכדעם וואס עס איז פארשמירט געווארן מיט בלוט פארן אומברענגען דעם זשורנאליסט זשאמאל קאשוגי אין טערקיי.

פון פאקיסטאן רייזט דער פרינץ קיין אינדיע, און פון דארט קיין כינע.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.