אידישע נייעס

60 יעריגע אידענע געשטאכן געווארן אויפן גאס 9 מאל דורך אטאקירער אין שוועדן

א 60 יעריגע אידענע איז ערנסט פארוואונדעט געווארן אין צענטער פון שטאט העלסינגבורג אין דרום שוועדן, דער אטאקירער איז אנטלאפן און דערווייל נישט געכאפט געווארן.

לויט א באריכט אינעם שוועדישן צייטונג “אפטונבלאדט” איז די פרוי געווען אויפן וועג צו איר ארבעט, ווען א פארשוין האט איר אראפגעווארפן און געשטאכן ניין מאל בעפאר ער האט אפגעטראגן.

די פרוי האט געשריגן פאר הילף, און ס’האט גענומען עטליכע לאנגע מינוטן ביז איינער האט אלארמירט הילף, איר אפצוטראגן אין שפיטאל.

די אידענע איז די ווייב פון דעם קהלה’ס סעקרעטאר, אבער ס’נישט קלאר צו דערפאר איז זי אטאקירט געווארן.

אין ליכט פון די אינצידענט האט מען פארשטערקערט די וואך אין אלע אידישע צענטערן אין שוועדן, אין די צייט וואס די פאליציי זוכט נאך דעם פארברעכער.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.