אידישע נייעס

אידן אין מעסעטשוטשעס אונטער שרעק נאך דריי באזונדערע פארדעכטיגטע פייערן

די אידישע געמיינדע אין די סטעיט מעסעטשוטשעס, אמעריקע, וועלכע פארמאגט ארום 230 מעמבער’ס, זענען אונטער גרויס שרעק, נאכדעם וואס דריי פארדעכטיגטע פייערן האבן אויפגעפלאמט אין די אידישע געגנט אין איין וואך.

צוויי פון די פייערן האבן אויסגעבארכן ביים שטוב פון ר’ אבי באיקאט, דער חב”ד שליח אין שטאט ארלינגטאן, און די דריטע ביי די חב”ד הויז פון א דערנעבנדיגע שטעטעלע. אלע דריי פייערן זענען שנעל געברענגט געווארן אונטער קאנטראל אן קיין ערנסטע שאדן.

די פאליציי באהאנדלט די פייערן ווי האסן פארברעכן. ווי די באסטאן פאליציי זאגט האבן זיי געעפנט א גרויסע אויספארשונג, און האבן פרובירט צו בארואיגן די אידישע געמיינדע וועלכע לעבן אונטער שרעק, מיטן צושטעלן וועכטער פאר אלע אידישע צענטערן.

די ערשטע פייער האט אויסגעבראכן פארלאפענעם וואך שבת ווען דער חב”ד שליח מיט זיין ווייב און דריי קינדער האבן געפראוועט דעם סעודה. די פייער האט אויסגעבראכן אויפן דאך, און עטליכע טעג שפעטער האט ווידעראמאל אויפגעפלאקערט די הויז.

די זיכערהייט קאמערעס האבן אויפגעכאפט א מאן קומען מיט א טאשקע געציילטע מינוט בעפאר די פייער האט אויסגעבראכן, די פאליציי זוכט נאך דעםן פארשוין. די זעלבע נאכט האט אויך אויסגעבראכן א פייער אין די נאנטע שטעטל ביים חב”ד הויז, אביסל שפעטער.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.