אידישע נייעס

קידוש השם: בחורים ראטעווען פארשוין מיט האקנקרייץ-טאטוע פון דערטרענקונג

א גרויסער קידוש השם איז פארגעקומען אין באסטאן, ווען א גרופע אידישע בחורים האבן געראטעוועט א פארשוין וועלכער האט זיך דערטראנקען אין וואסער, כאטש וואס ער איז געווען א שונא ישראל און געהאט אויף זיך מיט שטאלץ א טאטוע פון די נאצישע האקנקרייץ סימבאל.

לויט א באריכט אין די NBC נייעס אגענטור אין באסטאן האט דאס פאסירט פארלאפענעם דאנערשטאג, ווען פיר ישיבה בחורים וואס לערנען אין די ארטיגע ישיבה האבן באמערקט שפעט ביינאכט ווי א מאן דערטרענקט זיך אין די באסטענער רעסערוואויער אין טשעסנאט היל.

די בחורים האבן באלד אלארמירט די פאליציי, וועלכע האבן באלד  געראטעוועט דעם מאן וואס האט געהאט א האקנקרייץ טאטוע אויף זיין האנט, און ווען נישט זייער אלארמירונג וואלט דער פארשוין נישט געלעבט מער.

אויף די אנפראגע פון די לאקאלע פאליציי צו די בחורים אויב עס שטערט זיי אז זיי האבן געראטעוועט איינער וואס האט זיי פיינט, האבן זיי קלאר געזאגט אז זיי האבן נישט קיין פונטל חרטה. אזויפיל יא, זיי האבן געבעטן דעם פאליציאנט ער זאל איבערגעבן פארן פארשוין אז ער איז געראטעוועט געווארן דורך אידישע בחורים, און אז אידן זענען דא צו העלפן יעדעם איינעם, ניישט קיין חילוק וואס זיינע אנשוויאונגען זענען.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.