לעצטע וואך שבת איז א געשעפט איינגעשטעלטער געשטאכן געווארן אין א גוי׳אישער געשעפט אין די געגנט פון מיל הילל וועלכע געפונט זיך אין די בארנעט געגנט פון לאנדאן.
די מעשה האט אויף געשטורעמט אלע איינוואוינער פון די געגנט, און ווען מאנכע האבן זיך אנגעהויבן בארואיגן איז געקומען אן אינטערסאנטער איבערראשונג ווען דער רב אין די געגנט האט באשלאסן ארויסצוהעלפן די פאמיליע.
ער האט געעפענט אן אנליין קאמפיין צוזאמען צו שטעלן די סכום פון טויזענט פונט פאר די פאמיליע פון די אומגעקומענע, און מאכן א קידוש השם.
למעשה אבער האט זיך א גרויסע ציבור, אנגערופן ווארעם, און די קאמפיין האלט שוין ביי די סכום פון 10,000 פונט!
דער רב שרייבט, אויף די קאמפיין בלאט “אז די תורה פאדערט צו זיין שיין צו יעדע באשעפעניש” און עס האט געמאכט א גרויסע קידוש השם
די פאמיליע באזונדער איז ארויס פון התפעלות, זעענדיג ווי די אידן שעצן אין פילן מיט, מיט די צער פון א נישט-אידישע פאמיליע.
*אברהם פיינער איז דער לאנדאנער קארעספאנדענט צו אידישער ווינקל