אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

פילאט-לערער חלש’ט אינמיטן ערשטע לערע לאזנדיג דעם אומערפארענער סטודענט לאנדן

א אויסטראלישער מאן וואס האט זיך געלערנט פליען האט באוויזן צו לאנדן דעם לייכטן פליגער שוין ביי זיין ערשטע לעקציע, נאכדעם וואס זיין לערער האט גע’חלש’ט אינמיטן…

די דראמא איז פארגעקומען אין די דזשענאקוט לופטפעלד אין אוסטראליע, ווען מעקס סילבעטער האט אריינגערופן צו די קאנטראל טורעם און געבעטן אז מ’זאל אים ווייזן ווי אזוי צו לאנדן דעם פליגער גאנצערהייט.

מעקס, א 30 יעריגער מאן, האט גערופן פאר הילף זייענדיג 1900 מעטער אין די לופט, זאגנדיג אז דער לערער איז צאמגעפאלן און לאנט זיך אן אויף זיינע אקסלען, ער קען אים ממש נישט ערוועקן.

“דו ווייסט ווי אזוי צו ארבעטן דערמיט?” האט אים דער קאנטראלירער געפרעגט. מעקס האט נישט געקענט מער ווי ענטפערן אז דאס איז זיין ערשטע לעקציע, און ער האט נאך קיינמאל קיין פליגער נישט געלאנדעט.

דאן האט מען אים געזאגט פון קאנטראל טורעם אז די ערשטע זאך זאל ער זיכער מאכן אז די פליגלעם זאלן בלייבן אויבן. מען האט איך געהייסן אז ער זאל נישט נידערן צופיל, נאר פליען העכער דעם ראנוועי, און זען וואו עס איז זיין בעסטע ארט צו לאנדן.

ווען ער האט פרובירט צו לאנדן האט מען אים קאמפלימענטירט אז ער טוט א גוטע ארבעט. “איך ווייס אז דו ביסט אנגעצויגן, אבער דו טוסט א וואונדערבארע ארבעט, און דו גייסט אנקומען גאנץ אונטן, אקעי?”

די דראמא האט זיך געצויגן פאר 20 מינוט ווען אן עקספערט פאר די סארט פליגער וואס ער האט געפירט האט אים באגלייט און געהאלפן. ווען ער האט געלאנדעט בשלום האט מען געהערט הילכיגע עפלאדיסמענטן, אין די צייט וואס די רעטונג לייט האבן אפגעטראגן דעם פאר’חלש’טן לערער אין שפיטאל.

 

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

איין באמערקונג

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.