אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

באשעפעניש ליבהאבער רופן אפצושפארן די “מאלפע אינזל” אן קיין גרויס ערפאלג

די מאַקאַקווע מאלפעס אין די מאלפע אינזל פון וויעטנאם ווערן גערעכנט אלס א פאפולערע אטראקציע ארט, וואס ברענגט שוין לאנגע יארן ארויף די אויפברויז פון די באשעפעניש ליבהאבער וואס רופן צו ברענגען א ענדע צו די באשעפעניש טוריזם אין דרום מזרח אזיע.

די מאלפעס באגעגענען זיך כסדר מיט טוריסטן און באקומען פון זיי פארשידענע עסנווארג און געטראנקען. באזוכער וואס זוכן זיך נישט אז די מאלפעס זאלן זיי קריכן אויפן קאפ, קומען געווענליך מיט ליידיגע הענט, ווייל די מאלפעס כאפן אלעס אוועק, אריינגערעכנט היטלעך, עסנווארג, און אפילו זייערע סעלפאונס.

די מאלפע אינזל איז איינע פון די פילע באשעפעניש טוריזם ערטער אין וויעטנאם, דאס לאנד וואו מ’קען פאר געציילטע דאלארן רייטן אויף עלעפאנטן אדער שטרויסן, און זען פארשטעלונגען פון בערן און טיגערס. אויך אינעם מאלפע אינזל קען מען זען מאלפעס פארן אויף ביציקלעך, שפילט באל, און גייען ארום באקליידעט צוזאמען צו נעמען טיפס.

אינעם קליינעם אינזל געפינען זיך ארום 1,200 מאַקאַקווע מאלפעס, וואס די סאוויעטישע וויסנשאפטלער האבן גענוצט אין די פארגאנגענהייט פאר געוויסע שטודיעס און פראבעס. אין די 90’ער יארן איז עס געווארן אן אטראקציע ארט, און עס שטראמען אהין כסדר טויזענטער מענטשן בעיקר פון וויעטנאם, כינע און רוסלאנד.

אצינד האבן די באשעפעניש ליבהאבער גרופעס פונדאסניי אויפגעהויבן א וויי געשריי, רופנדיג מענטשן אז מען זאל נישט אהינגיין באזוכן.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.