אידישע נייעס

האקנקרייץ אין בעלזער ת”ת אין בארא פארק

קוים א וואך איז פארביי זינט דער אנטיסעמיטישער אטאקע אין בארא פארק אויף א אידישער פארבייגייער, און אצינד הערט מען ווידעראמאל פון א פרישע אנטיסעמיטישער אינצידענט אין בארא פארק, נאכדעם וואס דורכגייער זענען געווען שאקירט צו טרעפן האקנקרייצן אויף א תלמוד תורה געביידע אין געגנט.

די ניו יארקער פאליציי און די שומרים וואלונטירן זענען אלארמירט געווארן נישט לאנג צוריק צו א קונסטרוקציע ארט וואו עס ווערט אצינד אויפגעשטעלט די נייע תלמוד תורה געביידע פאר ק”ק בעלזא אויף די 38’סטע סטריט.

אויפן ארט איז געווען געפירקלט די ווארט “ישראל” און האקן קרייצן, וואס מען זעט נישט געווענליך אין די היימישע בארא פארק.

די פאליצייאישע פארשער אונטערזוכן די זיכערהייט קעמרעס אין געגנט, אין א פראוו צו כאפן דעם פארברעכער און אים ברענגען צו גערעכטיגקייט.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.