אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

טראמפ: איך קען זיין שטייף צו נתניהו

פרעזידענט טראמפ האט געזאגט פארן פראנצוזישן פרעזידענט עמנואל מעקראן, אז ער קען זיין שטרענג און לייגן דרוק אויף דער מדינת ישראל פרעמיער מיניסטאר נתניהו, כדי יענער זאל אקצעפטירן זיין שלום פלאן וואס ער וויל פארשלאגן פארן מיטל מזרח אין די קומענדיגע מאנאטן.

לויט א באריכט פון מערב דיפלאמאטן וועלכע געפינען זיך אין קאנטאקט מיטן פראנצוזישן מאקרון, האט אים דאס פרעזידענט טראמפ געזאגט ביים יו. ען. פארזאמלונג וואס איז פארגעקומען פארלאפענעם סעפטעמבער 24 אין ניו יארק.

טראמפ האט געזאגט פאר מאקרון: “מער געבן פאר איזראעל פינף ביליאן דאלאר א יאר, און פונקט ווי כ’בין געווען שטייף מיט די פאלאסטינער, קען איך זיין שטייף מיט נתניהו ווען עס קומט צו די שלום פלאן”.

לויט די באריכט איז מאקרון געווען דער וואס האט ארויפגעברענגט אויפן טיש דער איזראעלי-פאלאסטינער קאנפליקט טעמע. “נתניהו האלט נישט ביים מאכן פארשריט מיט די שלום פלענער, ווייל ער גלייכט די סטאטוס קווא, דאס איז מיין איינדרוק” האט מאקרון געזאגט פאר טראמפ.

ווי די באריכט פארציילט ווייטער, האט פרעזידענט טראמפ געענטפערט פאר מאקרון אז יש דברים בגו, צולייגנדיג “דו ווייסט עמנואל, איך בין זייער נאנט אנצוקומען צו אזא מסקנא”.

ווען מאקרון האט געפרעגט טראמפ פארוואס ער איז געווען שטייף בלויז קעגן די פאלאסטינער, האט טראמפ געענטפערט אז ער האט דאס געטון צוליב דעם וואס די פאלאסטינער האבן בשום אופן זיך נישט געהאלטן ביים טרעפן מיט די שטאב וואס ער האט געשטעלט צו לעזן דעם מיטל מזרח קאנפליקט.

טראמפ האט זיך געשפירט גוט צו זאגן פאר מאקרון אז ער האט אסאך געגעבן פאר נתניהו, א שטייגער ווי דאס רוקן דעם אמעריקאנער אמבעסאדע קיין ירושלים, און אז אמעריקע גיבט יערליך פינף ביליאן דאלאר פאר מדינת ישראל.

די ווייסע הויז האט נישט געלייקנט דעם באריכט, אין א רעאקציע פארן באריכט האט איינער פון די באאמטע קאמאנטירט אז “דער פרעזידענט גלייבט אז נתניהו איז פארפליכטעט צו פרובירן און דערגרייכן א שלום אפמאך מיט די פאלאסטינער”.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.