אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס טשיקאווע נייעס

5,000 יעריגער טורמע טרעמין פאר סאלדאט וואס האט דורכגעפירט א מאסן מארד יארן צוריק

א שטראף פון 5,000 יאר אין טורמע, איז געגעבן געווארן פאר א געוועזענער סאלדאט, וואס האט גענומען א טייל אין א מאסן מארד, דורכאויס די ברודער-קריג פון גואטאמאלא, אין די 80’ער יארן.

די רעדע איז פון סענטאוס לופעז, וועלכער האט האט אנטייל גענומען אין א גרויסן מאסן מארד אין די דערפל דאס-אראס אין יאר 1982, וואו עס זענען אומגעקומען איבער 200 מענטשן. לויט די באשילדיגונגען, ליגט די בלוט פון 171 מענטשן אויף די הענט פון לופעז.

לופעז האט דאן געדינט אין די מיליטער וועלכע איז געווען געשטיצט דורך די פאראייניגטע שטאטן, וויבאלד זיי האבן געקעמפט קעגן די קאמוניסטישע גורילעס, געשטיצט דורך סאוויעט רוסלאנד.

דער 5,000 יעריגער טורמע טערמין איז בלויז סימבאליש, וויבאלד אין גואטאמאלא קען אן ארעסטאנט לויטן געזעץ נישט זיין אין טורמע פאר מער פון 50 יאר.

אויסער די 171 וואס לופעז האט געמארדעט, איז ער באזונדער אויך געפינען געווארן שולדיג אויף די מארד פון 5 אנדערע מענטשן, דורכאויס די יארן.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.