אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

אייסיס טעראריסטן קעמפן אין סיריע כדי טראמפ זאל נישט נעמען קרעדיט…

אריבער 300 אייסיס קעמפער זענען באלאגערט אין א קליינעם געגנט פון א דערפל אין מזרח סיריע, דאס לעצטע ארט אונטער די איסלאמיסטישע כאליפאט אונעם געגנט, אבער מיט דעם אלעם האלטן זיי זיך נישט ביים אונטערגעבן צו די קורדישע קעמפער, און האלטן זיך פעסט מיט ציין און נעגל.

די דאזיגע אנטוויקלונג קומט נאכדעם וואס אייסיס האט פארלוירן קאנטראל אויף א געגנט ארום, נאך א בלוטיגע קאמף מיט די קורדישע קעמפער, וועלכע ווערן געשטיצט דורך די פאראייניגטע שטאטן.

מאמענטאל פארמאגט אייסיס קאנטראל אויף ווייניגער ווי א האלבע קילאמעטער אין מזרח סיריע, און די דזשיהאדיסטישע מערדער באהאלטן זיך אויס צווישן הונדערטער ציווילע איינוואוינער אינעם דערפל, כדי מען זאל זיי נישט קענען אטאקירן, נישט וועלנדיג זיך אונטערגעבן.

דאס זיך נישט אונטערגעבן איז א שטער פאר פרעזידענט טראמפ, וואס האלט שוין לאנג איין זיין אטעם צו מעלדן מיט פרייד פאר די וועלט, אז ער האט באוויזן צו אויסראטן די אייסיס קעמפער אין סיריע, דורכן שטיצן די קורדישע קרעפטן, א זאך אויף וואס דער פרעזידענט קוקט שטארק ארויס.

דער פרעזידענט האט געמאלדן אז ווי נאר אייסיס ווערט באזיגט אין סיריע, וועט ער ארויסציען פון דארט די אמעריקאנער טרופן, און אצינד ווארט ער שוין קוים צו פייערן זיג, א זאך וואס שטופט שטארק די אייסיס דזשיהאדיסטן זיך צו האלטן עקשנות’דיג.

דאך זעט מען קלאר אז די ענדע פון אייסיס אין סיריע איז נענטער ווי ווייטער, ווי די קורדישע קעמפער זאגן פארלירן די אייסיס קעמפער מער און מער טעריטאריע, און אט אט וועט קומען די גוטע נייעס, אז אייסיס אין סיריע איז א פארגאנגענהייט.

די אייסיס קעמפער אנטלויפן אין די מאסן פון סיריע באהאלטענערהייט, און באזעצן זיך אין איראק. ווי עקספערטן זאגן פארמאגט אייסיס ריזיגע סומעס געלטער מיט זיך.

דאס מיינט אבער נישט אז אייסיס איז א פארגאנגענהייט. לויט א באריכט אין “רויטערס” איז נאך פארהאנען א גרופע אייסיס קעמפער אין א פארשטופטער מדבר אין צענטער פון סיריע, וועלכע פארמאגן אומקטיווע צעלן אין איראק, וואס וועט זיך ערוועקן ווי נאר זיי פארלירן די טעריטאריע אין סיריע.

 

 

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.