טשיקאווע נייעס

האסט נישט וואו צו גליטשן? גיי צום מיסט בארג אים דענמארק!

וואס טוט מען מיט א בארג פון מיסט, אין סאמע הויפטשטאט פון דענמארק – קאפענהאגען? וואס הייסט וואס. מען פארוואנדלט דאס אין א ‘גליטשן בארג’…

אקעי, מען גלישט נישט ממש אויף די מיסט, נאר העכער די מיסט.

די מיסט גליטש בארג געפינט זיך אין קאפענהיל, א פאבריק וואס איז צען מינוט אוועק פון קאפענהאגען. אבער דאס ארט העכער וואו מען צעמאלט די מיסט, איז געבליבן פוסט און וויסט, און מיט רעכט…

דערפאר האט מען דאס אויפגעשטעלט אלס א גליטש בארג, וואס אנשטאט עס זאל זיין ווייס, איז עס גרין. אבער אויסערדעם, זעט עס אויס און עס שפירט זיך פונקט ווי א שניי בארג וואס איז געאייגנט זיך צו גליטשן דערויף.

די אלע איינוואוינער וואס האבן עס פרובירט, רעקאנאנדירן דאס פאר זייערע פריינד. “ס’איז פאנטאסטיש צו גליטשן אינמיטן שטאט נאך א רייזע פון צען מינוט, אנשטאט צו פארן פון זעקס ביז צען שעה צו א נאנטע גליטש בארג” זאגט איינער פון די גליטשער.

קומט אלע אין די מאסן… און טיילט אויס נאז-קליפס פאר אייערע פריינד אויפן וועג צוריק!

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.