אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

סי איי עי שפיאנאזש באשעפענישן דורכאויס דעם קאלטן קריג באשטעטיגט אין דאקומענטן

די סי איי עי האט פובליצירט צענדליגע דאקומענטן וועלכע געבן ארויס ווי אזוי מ’האט זיך באנוצט מיט באשעפענישן פאר שפיאנאזש צוועקן דורכאויס דעם קאלטן קריג. די דאקומענטן שילדערן צווישן אנדערע איבער טרענירונגען וואס טויבן און אנדערע באשעפענישן זענען אדורך צו זיין געשולטע שפיאנען.

לויט די באריכטן האט מען געלערנט רויב פויגלען איינצעפלאנצן אונטערהער אפאראטן ביי פענסטערס, און דאלפינען זענען געשיקט געווארן צו סאבאטאזשירן רוסישע סובמארינען, נאכדעם וואס די אמעריקאנע שפיאנאזש געמיינדע האט געגלייבט אז די באשעפענישן קענען צושטעלן אייגנארטיגע שפיאנאזש סערוויסעס פארן לאנד.

די סי איי עי האט אויך טרענירט קעץ און הונט פאר שפיאנאזש, מיטן ציל צו לייגן עלעקטראנישע אפאראטן אויף זיי, אבער ביי ביידע פעלער האט זיך עס אויסגעלאזט מיט א דורכפאל. באזונדערע כוחות איז אריין צו טרענירן די דאלפינען, זיי זאלן שעדיגן די נוקלעארע סובמארינען פון די סאוויעטן פארבאנד, וואס איז געווען די זאך פון וואס אמעריקע האט די מערסטע געציטערט ביים קאלטן קריג.

פילע פייגל, טויבן און רויבפויגל זענען טרענירט געווארן מיט גרויס האפענונג אז זיי וועלן ברענגען גוטע סחורה פון די כעמישע פאבריקן פון רוסלאנד, און באזונדער האבן זיי זיך פאסמאקעוועט מיט איין רויב פויגל “דאדע” וואס איז געווען כיטרע און איז געווען דער שפיגעלע פון דעם פראיעקט.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.