אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

אויפרייס אין טערקישע מיליטער באזע אין ציפרוס שעדיגט האטעל געסט אין געגנט

א מאסיווע אויפרייס און פייער האט אויפגעפלאקערט שפעט ביינאכט אין א טערקישע מיליטערישע באזע אין ציפרוס, אין א גרויסע וואפן מאגאזין, און עס האט געברענט און געשאסן אויפרייסן פאר ארום גאנצע דריי שעה.

12 מענטשן זענען לייכט פארוואונדעט געווארן פון דעם אויפרייס, און די דערנעבנדיגע האטעל האט געליטן ערנסטע שאדן. די ברוכווארג וואס זענען געפלויגן האבן צעבראכן טירן און פענסטערס, און אין געוויסע ערטער איז דער דאך אראפגעפאלן.

די דערשראקענע געסט אין דעם ‘אקפאלקא’ האטעל זענען אינמיטן די נאכט עוואקואירט געווארן אין פאניק, און געמוזט איבערשלאפן ביים ברעג פון ים אונטערן בלויזן הימל.

די טערקישע פארטיידיגונג מיניסטעריום מעלדט אז זיי פארשן אויס דעם אויפרייס, און אז ס’האט נישט געברענגט קיין גרויסע שאדן. דער פרעזידענט פון די טערקישע רעפובליק אין צפון ציפרוס זאגט אז די 12 פארוואונדעטע זענען בלויז לייכט פארוואונדעט געווארן.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.