טשיקאווע נייעס

א גאר גאר מאכטפולער פאטעטא, מיט וואס מען קען נישט מאכן קוגל…

א עלטערע פרוי איז געגאנגען שפאצירן מיט איר הינטל אין א שטעטל אין ענגלאנד, אינמיטן האט זי דורכשפאצירט א פעלד און איר הינטל האט אפירגעזוכט עפעס פון אונטער די ערד, אין זי האט געזעהן אז דאס

די פאטעטא וואס די פרוי האט אויפגעהויבן פון דער ערד, נישט אינאכט נעמענדיג אז דאס איז א געפארפולע באמבע!

איז א קארטאפל.

זי האט גענומען דעם קארטאפל, דאס אפגעפוצט שיין, און אריינגעלייגט אין איר זעקל, דאס מיטנעמענדיג מיט זיך, און אנקומענדיג אינדערהיים האט זי פארגעסן דערפון.

פאליציי אפיצירן אויפן רוף ווען דער מאן פון די פרוי וואס האט אויפגעהויבן די פאטעטא און באמערקט אז דאס איז א באמבע. עוואקואירנדיג אלע הייזער ארום, צו קענען דעאקטיוויזירן דעם שעדליכן גרינצייג…

שפעטער ביים אויספאקן דעם בעג, האט איר מאן ארויסגענומען אירע זאכן, און אנגעטראפן דעם פאטעטע, ער האט באמערקט אז דאס קוקט אויס גאר מאדנע, וועגט אסאך, און מאכט גערודער.

 

ביז ער האט געכאפט אז ד-א-ס א-י-ז א ב-א-מ-ב-ע!!!

ער האט שנעל געהויבן פיס, און מיט יאמערליכע קולות ארויסגעטריבן יעדן פון זיין שטוב, ער האט גערופן די פאליציי וואס איז געקומען אין איילעניש מיט ספעציעלע אייזערנע פעסער וואס קענען ענטהאלטן שווערע באמבעס.

די פאליציי האט דאן פעסגעשטעלט אז דאס איז אזא מאכטפולע באמבע, אז ווען עס וואלט אויפגעריסן, וואלטן אלע ארומיגע אומגעקומען אן קיין פראגע, און די גאנצע הויז וואלט אראפגעקומען אין שטויב…

זיי האבן אוועקגעפירט דעם באמבע, און דאס דעאקטיוויזירט. די לעבנס האבן זיי זיך געראטעוועט, און דאס קען איך איך גאראנטירן, אז אט די פרוי וועט שוין קיין פאטעטעס נישט קלייבן…

איבערן שרייבער

יוסף הירש

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.