טשיקאווע נייעס

שטיינדל פאר א טיר אונטערהאלטער איז ווערד 100,000 דאלאר

פאר דרייסיג יאר אין א ציה האט זיך דער מישיגען איינוואוינער באנוצט מיט א שטיינדל, אז עס זאל אים אביסל אונטערהאלטן זיין טיר. אבער איין טאג איז ער גאר געוואר געווארן אז עס איז נישט אבי א שטיינדל, נאר א גאר טייערע שטיין אין ווערד פון הונדערט טויזענט דאלער!

מונה סירבעסקא, א פראפעסאר פאר געאלאגיע, ווערט אסאך מאל געבעטן צו אונטערזיכן געוויסע שטיינדלעך, אבער ער האט זיך נאך קיינמאל נישט באגעגנט מיט א שטיינדל וואס ווערט געברענגט פון אזא ווייטע געגנט, אזש פון ספעיס.

“דורכאויס אכצן יאר האבן אלע באקומען פון מיר די זעלבע ענטפער, ניין! דאס איז נישט קיין מעטעאריט (א שטיין וואס קומט פון ספעיס). האט סירבעסקא געזאגט אין די רעדע פארלאפענעם דאנערשטאג.

אבער אלעס האט זיך געטוישט ווען זי איז געבעטן געווארן צו איבערקוקן א שטיינדל וואס אן איינוואוינער פון מישיגען האט געהאלטן פאר דרייסיג יאר. “כ’האב באלד געזען אז דא איז עפעס ספעציעל” דערציילט זי.

נאכן אונטערזוכן די שטיינדל, האט זי באשטעטיגט אז דאס איז א מעטעאריט וואס פארמאקט 88.5 פראצענט שטאל, און 11.5 פראצענט ניקל. מ’רעדט נישט פון סתם אבי א מעטעאריט, נאר פון עפעס וואס וועגט ארום 10 קילאגראם, און דאס איז די זעקסט גרעסטע מעטעאריט וואס איז געפינען געווארן אין מישיגען, וואס איר ווערד איז הונדערט טויזענט דאלאר!

דער מעטעאריט איז אנגעקומען צו אונזער פלאנעו אין די דרייסיגער יארן פונעם פאריגן יארהונדערט, לויט דעם באזיצער פונעם שטיין. אין 1988 האט ער אפגעקויפט א פארם אין שטאט אדמאר אין מישיגען, און ווען ער האט באטראכט דעם באדן האט ער געזען דעם שטיין, און באשלאסן אז דאס איז פאסיג צו דינען אלס אונטערלאנער פון א טיר.

נאכן פרעגן דעם פארקויפער איבער דעם שטיין, האט יענער געזאגט אז ס’איז א מעטעאריט וואס איז געפאלן אינעם פארם, און ווער עס קויפט אפ די פארם באקומט מיט דעם שטיינדל אויך.

ערשט לעצטנס איז דער אייגענטומער געוואר געווארן פון געשיכטעס פון מישיגען איינוואוינער וועלכע האבן פארקויפט מעטעאריט שטיינער פאר גרויס געלט, און ער האט באשלאסן א בליק צו טון וויפיל זיין שטיינדל איז ווערד. “וואס עס פאסירט געווענליך אין אזא פאל, א מוזעאום אדער פריוואטער זאמלער קויפט דאס אפ”, זאגט די פראפעסאר.

עטליכע מוזעאנען האבן שוין אויסגעדרוקט נייגער אפצוקויפן דעם מעטעאריט וואס האט דרייסיג יאר אונטערגעהאלטן א טיר, און וועט לכאורה יעצט ווערן אויפגעהויבן און געפירט מיט כבוד צו א רויטן טעפיך, אונטער א גלאנציגער גלאז…

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.