טשיקאווע נייעס

גרויסארטיגער עמעזאן באשטעלונג אנגעקומען צום נישט ריכטיגן אדרעס

סאוט ווינטסאור – שטעלט אייך פאר א פירמע טיילט געשאנקן פאר אירע קאסטומערס אן אנגעבן א געהעריגע סיבה דערויף.

אט דאס האט פאסירט צו א פרוי אין סאוט ווינטסאור ווען זי האט זיך אומגעקוקט אויף איר דרייוועי אין געזעהן פאר אירע אויגן א גאנצע דעליווערי פון עמאזאן פול מיט פראדוקטן וואס באלאנגט נישט צו איר.

די פלאסטישע קאסטן אין וועלכע אנדריקס האט געפונען די אלע פראדוקטן

בארבארא אנדריקס האט נישט געוואוסט וואס צו קלערן, און האט אנגערופן די פירמע אין זיי געלאזט וויסן וואס עס האט פאסירט. די פירמע האט זיך אנטשולדיגט אבער האבן איר גענפערט אז זיי קענען איר נישט העלפן מיט איר סיטואַציע.

אנדריקס דורכגענישטערט די אלע פעקלעך וואס איז צו איר אנגעקומען, אבער האט נישט געקענט טרעפן אויף קיין איינע פון זיי אן אדרעס פון וועלכע שיפינג קאמפעני עס איז געקומען.

אנדריקס האט אין רעזולטאַט אליין גענומען די זאך אין די האנט, און האט אפגעטראגן די אלע פראדוקטן צו זייערע אייגענטומער ארום סאוט ווינטסאור און איסט הארטפארד. אנדריקס האט זיך דערנאך אויסגעדרוקט אז זי איז באזארגט איבער איינקויפן פראדוקטן אויף די אינטערנעט אויב עס קען אזאנס פאסירן.

עמאזאן איז ארויסגעקומען מיט א סטעיטמענט, און דערקלערט אז זיי היטן שטארק אויף די פראדוקטן פון זייערע קליענטן, און ארבעטן מיט די דעליווערי דעפארטמענט זיכער צו מאכן אז עס שפילט זיך נישט נאכאמאל איבער אזא אינצידענט. אנדריקס האט אין רעזולטאַט פון די אינצידענט באקומען 100 דאלאר פון די פירמע.

איבערן שרייבער

משה ווייס

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.