טשיקאווע נייעס

יאפאנעזער סושי רעסטוראנט קויפט א טונא פיש פאר 3.1 מיליאן דאלער

איר קענט אלע לאכן, אבער למעשה האט קישאוי קימארא, דער אייגענטומער פון די “סושיזנמאי” סושי רעסטוראנט, געבראכן א רעקארד מיטן קויפן א בלועפין טונא פיש פאר 3.1 מיליאן דאלער, ביי די ערשטע ליציטאציע אין יארע 2019, אינעם יאפאנעזער פיש מארק אין טאקיא.

די בלועפין טונא פיש וואס איז געפאנגען געווארן ביי די בארטענעס פון די צפון אאומארי געגנט, און וועגט 613 פונט, איז אין די ליסטע פון באשעפענישן וואס זענען אין געפאר פון אונטערגאנג.

די פרייז וואס קימארא האט געצאלט דערפאר האט געבראכן א פריערדיגע רעקארד וואס ער זעלבסט האט געמאכט אין יאר 2013, ווען ער האט געצאלט א ריזיגע פרייז פאר אן איינצעלן פיש.

נאכדעם וואס ער האט אפגעקויפט די טונא פיש, איז קימארא אראפ דערמיט צו איינע פון זיינע סושי רעסטוראנטן, וואו ער האט דאס אויפגעשניטן, און זיך געלאזט פאטאגריפירן פארנט פון די פילע זשורנאליסטן, וויאזוי ער קייט שטיקער פון די רויע טייערע פיש.

“די טונא זעט אויס אזוי געשמאק און פריש, אבער ס’זעט מיר אויס אז איך האב אביסל איבערגעצאלט”… האט קימארא געזאגט פאר די זשורנאליסטן וואס האבן אים געווארט אינדערוין פון די פיש מארק. “איך האב געהאט אין פלאן צו באצאלן א האלב מיליאן דאלער, און צום סוף האב איך געצאלט זעקס מאל אזויפיל”.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.