טשיקאווע נייעס

מכת ארבה אום פרשת בא ביים שמייליגסטן מוסלעמענער מעטשעט

די סאמע שמייליגסטע ארט פון די מוסלעמענער, איז געשלאגן געווארן די וואך מיט “מכת ארבה”, אין די צייט וואס מיר אידישע קינדער לערנען איבער די היישעריקן וואס האבן געמוטשעט די מצריים…

די מחנה פון שווארצע היישעריקן האט זיך א לאז געטוען איבער דעם גרויסן מעטשעט אין מעקא, די סאמע פארשמייליגטסע ארט פון די אראבער, און האבן זיך גענומען דערקוטשען די אנוועזנדע, פליענדיג אויף אלע זייטן, און זיך פארשטעקנדיג אין אלע ווינקלען.

די רייניגונ’ס ארבייטער מיט זייערע גרינע מונדירן, זענען באלד געקומען צו לויפן און פרובירט צו פארטרייבן די היישעריקן פון דארט, אבער עס איז ניי נישט געגאנגען אזוי שנעל. די היישעריקן האבן זיך באקוועם געמאכט אויף די שיינע אויסגעפלאסטערטע פאדלאגע, אויף די ווענט, און אויפן דאך.

אן קיין ברירה האט מען זיך גענומען דארט שפריצן כעמיקאלן צו הרג’נען די פילע היישעריקן, אנגעטוען מיט מאסקעס, ווען די אלע פרעפלער האבן געמוזט כאפן זייערע שיך פון אינדערויסן און אפטראגן פון דארט באצייטנס.

א ספעציעלע איינהייט פון 138 מענטשן פון 22 באזונדערע גרופעס און 111 אינסטרומענטן, איז אראפגעברענגט געווארן אויפן ארט, מיטן ציל צו באקעמפן דעם גרויסן מכת ארבה, כדי אז זייער פארשמייליגסטן ארט זאל צוריק אפן ווערן ווי פריער, צו קענען דארט פרעפלען און פרעדיגן אויף די קניען אן די שיך…

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.