טשיקאווע נייעס

קליינע גנבים: קינדער האבן גערויבט א קאר, געפארן איבער 620 מייל, און זיך נישט געלאזט פון פאליציי

פיר קינדער האבן גע’גנב’עט א קאר און זיך ארויסגעלאזט אויף א רייזע פון אריבער 620 מייל בעפאר די פאליציי האט זיי געכאפט.

די רעדע איז פון 4 קינדער צווישן 14 ביז 10 יאר, וואס האבן זיך ארויסגעלאזט פארלאפענעם שבת מיט א קאר וואס זיי האבן גע’גנב’עט פון זייערס א משפחה קרוב. די קינדער האבן זיך ארויסגעלאזט מיט קעש געלט און מיט פיש כאפער שטעקענעס, פון די שטעטל ראקהאמפטאון אין קווינסלאנד.

איינער פון די קינדער האט איבערגעלאזט א נאטיץ פאר זיינע עלטערן אז זיי זאלן זיך נישט זארגן, ער גייט אוועק פארן מיט א קאר. (איך שטעל מיר פאר אז ווי שטארק די שאקירטע עלטערן האבן זיך נישט געזארגט…).

די פאליציי האט צעמארגנס דערציילט אז זיי האבן געטראפן שפורן פון די גע’גנב’עטע קאר ווייט אוועק אין א פארשטופטע שטעטל מיטן נאמען באנאנע, וואו די קינדער האבן גע’גנב’עט גאז און פארגעזעצט צו פארן אויף דרום זייט.

ערשט זונטאג נאכט האט זיי די פאליציי געכאפט נעבן די שטאט גראפטאון אין ניו סאוט וויילס, וואס איז א וועג פון 11 שעה רייזע פון די שטעטל פון וואו זיי האבן זיך ארויסגעלאזט.

ווען די פאליציי האט זיי געהייסן ארויסקומען האבן די קינדער נישט געהאלטן דערביי, און זיך איינגעשפארט אין די קאר. מען האט דאס געמוזט אויפברעכן כדי צו קענען פירן אין פאליציי סטאנציע.

ס’נישט קלאר וועלכע פון די קינדער האט געפירט די קאר, און די פאליציי שאצט אז זיי האבן זיך צעטיילט צווישן זיך דורכאויס די וועג. די פאליציי ווארט אויף די עלטערן וואס דארפן קומען פארטרעטן די קינדער, און מ’טראכט נאך מיט וואס מ’קען באשטראפן די יונגע טראבל מעיקערס.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.