טשיקאווע נייעס

פאליציי זוכט הילף צו טרעפן קרימינאל, ווארענענדיג נישט צו שפעטן פון זיין מאדנע האר…

די פאליציי אין ענגלאנד האט געווארנט מענטשן וואס האבן חוזק געמאכט פון די האר וואס מ’זעט אויף די פארשפרייטע בילדער פון אן אנטלאפענער דראג דילער, מיט ערנסטע קאנסעקווענצן…

דזשערעמיין טעילאר דער 21 יעריגער פארברעכער און דראג דילער, איז אנטלאפן פון די הענט פון יוסטיץ. ווען די פאליציי האט ארויסגעלייגטב ילדער פון אים, האט זיך פארשפרייט א ווילדע כוואליע פון ליצנות אויף די חשבון פון זיינע מאדנע האר…

לויט BBC נייעס אגענטור האבן אזויפיל ווי 90,000 מענטשן געלאזט הערן זייערע שפאט רייד אין ריכטונג פון דעם קרימינאל, וואו מענטשן האבן געראטן דעם פארברעכער צו קעמען זיין האר אז מ’זאל אים נישט דערקענען, און נאך אזעלכע שפאטישע באמערקונגען.

די פאליציי האט געזאגט אז ס’איז טאקע זייער מאדנע און לאכעדיגע קאמענטארן, אבער אויב וועט איינער שרייבן עפעס וואס איז פארשעמענד וועט מען נעמען שריט קעגן אים.

“אונזער ראט איז צו זיין פארזיכטיג וואס מ’זאגט אדער שרייבט סיי וואו, סיי ווער עס טשעפעט א צווייטער אין פובליק מיט א פרעכהייט אדער סטראשעט א צווייטן – אפילו א פארברעכער – וועט טראגן פאראנטווארטליכקייט און גענומען ווערן פאר א פאליצייאישע פארשונג”.

דערווייל האט מען נאכנישט געכאפט דעם דראג דילער וואס איז פאראורטיילט געווארן אין יאר 2017 פאר דריי יאר אין טורמע, און איז אצינד אנטלאפן זייענדיג אונטער הויז ארעסט.

זעט זיך אויס אז ער האט טאקע אויסגעקעמט זיין האר, אזש מ’קען אים נישט טרעפן מער…

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

איין באמערקונג

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.