טשיקאווע נייעס

געזוכטער טוריסט קומט ארויס פון הייל נאך פינף טעג מיט א פרישע קינדער ביכעלע…

פאר פינף טעג האבן די רעטונגס לייט אין אוסטראליע געזוכט א פראנצוזישער טוריסט וואס איז פארשוואונדן געווארן אין א באקאנטער נאטור רעזערוו. זיי זענען געווען שאקירט אים צו באגעגענען פלוצים געזונט און פריש, ווען ער פארשטייט נישט וואס איז דאס גאנצע געטומל ארום אים…

דער 31 יעריגער יאהאן בוריא, איז אנגעקומען אום אויגוסט 16 מיט זיין קאר צו די גאנלאם וואסערפאלן וואס געפינען זיך אין די נאציאנאלע פארק קאקדאו, אין די צפון טעריטאריע פון אוסטראליע. ער איז געזען געווארן א טאג שפעטער די לעצטע מאל, און אלס זארג איבער אים, זעענדיג זיין קאר פארקירט אין א זייט, האט מען אים אנגעהויבן זוכן.

מען האט אים נישט געטראפן ביז דאנערשטאג צופרי אוגוסט 22, ווען ער איז צוריק צו זיין מיצובישי קאר געזונט און פריש. ער האט פארציילט פאר די רעטונג לייט אז ער האט זיך געפינען אין א קליינטשיג הייל צווישן די וואסערפאלן.

“כ’האב געהאט גענוג עסן און וואסער, און איך האב געשריבן א קינדער ביכל. כ’האב געדארפט שטילקייט און רואיגקייט צו קענען רואיג זיך קאנצענטרירן אין די ארבעט, קיינער האט מיר נישט געזאלט זוכן אין די טעג” האט ער געזאגט א צעמישטער און פארשעמטער, פארשטייענדיג אז ער איז געווארן געזוכט אין א ריזיגע פארק פאר פינף טעג – אומזיסט.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.