טשיקאווע נייעס

שטראף פאר פאלשע סאלדאטן: אפשרייבן די נעמען פון אלע קריגס געפאלענע סאלדאטן

א ריכטער אין מאנטאנע האט באשטראפט צוויי מענער וואס האבן זיך אהערגעשטעלט אלס סאלדאטן, אין אן אינטערעסאנטער וועג. ער האט זיי באפוילן צו אפשרייבן די נעמען פון אלע געפאלענע סאלדאטן פון אמעריקע אין איראק און אין אפגאניסטאן דורכאויס די מלחמה קעגן טעראר…

די צוויי מענער, רייען פעטריק מאריס און טראוי אלאן נעלסאן, האבן זיך אהערגעשטעלט אלס געוועזענע סאלדאטן זיך שטעלנדיג פאר א וועטעראן געריכט נאכן געכאפט ווערן אין פארברעכנס, נאכדעם וואס זיי האבן געקלערט אז דארט וועט מען זיי געבן א לייכטערע שטראף, ווייל די ריכטער האבן סימפאטיע צו געוועזענע סאלדאטן וואס האבן געקעמפט פאר אמעריקע.

מאריס האט זיך איינגעבארכן און גערויבט זאכן וואס דערפאר האט ער באקומען צען יאר טורמע און נאך דריי יאר הויז ארעסט, און נעלסאן האט געהאט אומלעגאלע דראגס אויף וואס ער האט באקומען פינף יאר טורמע און צוויי יאר הויז ארעסט. דער ריכטער האט זיי אבער געגעבן א שטראף אז בעפאר זיי קענען אהיימגיין, מוזן זיי אפשרייבן די 6,756 נעמען פון די סאלדאטן וואס זענען גע’הרג’עט געווארן אין איראק און אין אפגאניסטאן.

אויסערדעם וועלן די צוויי דארפן זיי שרייבן טרייסט וואונטשן פאר די 40 סאלדאטן וואס האבן געוואוינט אין מאנטאנע און געשטארבן זינט די קארעא קריג, און ארויסשיקן אפיציעלע אנטשולדיגונגס בריוון פאר פילע פליגלען און אגענטורן פאר אמעריקאנע מיליטער וועטעראנען, און צושטעלן פובליק סערוויס פאר 411 טעג.

אלזא, מיר האפן אז איר וועט נישט באגיין אזא נארישקייט מער, “איך וויל זיכער מאכן אז די מעסעדזש איז גענוג קלאר, זיך אהערצושטעלן אלס העלד ווען מ’איז א פאלנער פארברעכער, קאסט א טייערע פרייז” זאגט דער ריכטער.

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.