טשיקאווע נייעס

מאסיווער געיעג צווישן שיכור’ע בעלי עגלה און די פאליציי אין אמיש טאון

צוויי אמיש איינוואוינער זענען אנטלאפן פון די פאליציי אין אהייא נאכדעם וואס זיי זענען געכאפט געווארן פירן א פערד און וואגן אונטער די איינפלוס פון אלקאהאל, א פראברעך אין די אמעריקאנע געזעץ.

אין די ארטיגע פרעסע איז געווען באריכטעט די געשיכטע איבער די אמיש איינוואוינער וואס א פאליציאנט האט זיי געזען טרינקען ביר אינמיטן דרייוון, און זיי פרובירט אפצושטעלן.

די צוויי זענען אנטלאפן אריין אין וואלד, איבערלאזנדיג דעם פערד און וואגן אן א קאנטראל, ווען דער פערד לויפט ווייטער, ביז די פאליציי האט עס אפגעשטעלט.

אינעם וואגן האט מען געטראפן צוויי גרויסע ספיקערס – א זאך וואס איז נישט עפעס מיט וואס אמיש איינוואוינער באנוצן זיך געווענליך – און 12 פלעשער ביר.

דערווייל ווייסט מען נישט ווער עס זענען די צוויי אנטלאפענע אמישער, און קיינער פון די איינוואוינער האט נישט געהאלטן ביים קאאפארירן מיט די פאליציי אדער איבערנעמען די וואגן פון זיי, אויס זארג אז דארט ליגט איינגעפלאנצט אפאראטן, דערווייל געפינט זיך עס ביי א לאקאלע פארמער ארויס פון די אמיש גרעניצן.

די אמיש געמיינדע זענען באקאנט אלס מענטשן וואס לעבן פונקט ווי פאר הונדערטער יארן צוריק, אן קיין שום מאדערענע אפאראטן אדער הילף. די יונגע קינדער קענען פארזעצן דעם לעבנסשטייגער אדער פארלאזן דעם ארט. זעט זיך אויס אז איבעראל זענען דא אויבער חכמים…

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.