טשיקאווע נייעס

איטאליענע רעגירונגס-לייט אין ערנסטע פאליטישע געפעכט צוליב אורטייל פון פארצוקענדע בער

אין איטאליע האבן די פאליטיקאנטן געטראפן א פרישע טעמע מיט וואס זיך צו שלאגן, דאסמאל איבער די גורל פון א דריי יעריגע ברוינע בער.

די בער וועלכע ווערט אנגערופן 49M, איז איינע פון די 80 בערן וועלכע לעבן אין די טראניטאנאו געגנט אין צפון איטאליע. אבער אונזער בער איז גאר אן אגרעסיווער, ער האט שוין פארציקט זיבן אייזלען, דריי שעפסן און א קוה.

באזונדער האט דער בער ליב צו באוועלטיגן האניג-פארם’ס, און דאס פארניכטן ביז אויס. לויט א באריכט אין די טעלעגראף, האט ער שוין שאדן געמאכט 31,000 יורא פאר ארטיגע איינוואוינער, און שטייט אונטער 80% פון אטאקעס אויף אנדערע באשעפענישן.

מאוריציאו פוגאטי וועלכער פירט די ארטיגע געגנט האט פארלאנגט פון די רעגירונג א פערמיט צו קענען פאנגען דעם בער. אבער די אנדערע פארטיי טוט זיך גאר שטארק און שארף קעגנשטעלן דערצו, און איז נישט מסכים בשום אופן אז מ’זאל כאפן דעם בער…

יעדער פאליטיקאנט האט וואס צו זאגן דארט, איבער יא אדער נישט פאנגען דעם בער. “כ’וויל נישט לייגן מענטשן אין געפאר פון אן אגרעסיווער בער” זאגט דער פוגאטי. “אויב קומט נישט אין נאנטן א פערמיט, וועל איך דאס צושטעלן”.

די צוקונפט פון דעם בער איז נאך א קאפיטל פון פילע רייבערייען וואס קומט פאר אינערהאלב די צוויי קאאליציע פארטייען וואס פירן די רעגירונג לעצטנס צוזאמען – און זיי פירן עס דערווייל אין באד אריין…

 

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.