טשיקאווע נייעס

שרעק און פאניק: גאנצע שטאט זוכט נאך א אנטלאפענע ריזיגע געפארפולע גיפטיגע שלאנג אויף דער פריי

טויזענטער מענטשן אין די שטאט קעימברידזש אין ענגלאנד, זענען אייגנשפאנט צו טרעפן א ריזיגע פייטאן שלאנג וועלכע איז לאנג דריי מעטער, און איז אנטלאפן פון זיין ערציער זייענדיג אצינד פראנק און פריי איבער די גאסן.

די רעדע איז פון א בארמאזי פייטאן שלאנג – א גאר שעדליכע סארט שלאנג וועלכע קען נישט בלויז פארציקן באשעפענישן אזוי גרויס ווי א הונט, נאר פארציקט אויך גאר גרינג מענטשן.

לויט עקספערטן איז אצינד די גרעסטע פראבלעם פון די איינוואוינער אז זיין נאטור ערלויבט אים זיך צו קאמפולאזשירן און טוישן די פארבן פון זיין הויט צו דאס ארט וואו ער געפינט זיך, אז מ’זאל אים נישט באמערקן.

זינט מ’האט געמאלדן אז די שלאנג ווערט געזוכט, האבן טויזענטער מענטשן אנגעהויבן די זוכערייען, און באזונדער האט מען יעדעם געווארנט צו זיין אויסנאם פארזיכטיג און געווארנט פון יעדע פארדעכטיגטע באוועגונג.

די פאליציי באקומט כסדר רופן אז מ’האט געפינען די די שלאנג, אבער יעדעס מאל שטעלט זיך דאס ארויס אלס פאלש, און דערווייל זענען נאך די זוכערייען אין פולסטן קראפט.

 

איבערן שרייבער

זונדל שאלאמאן

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.